Перейти к содержимому
Обложка трека Колыбельная — Полина Лазарева, Егор Романенко
4:20

Трек

Полина Лазарева, Егор Романенко Колыбельная

Альбом · Свидетели · 2021 · Саундтрек

Скачать

Текст песни

אַ וויגליד
1
שלאָף, מײַן יינגעלע, שלאָף זשע אײַן.
אויסגעלאָשן שוין איז די שײַן.
שלאָפט דער הונט, שלאָפט די קאַץ, שלאָפט די מויז,
בלויז דער זייגער – טיק-טאַק – גייט פאָרויס.
אין דײַן וויגעלע חלום זיס.
וועסט, מײַן יינגעלע, זײַן אַ ריז.
וועסט זײַן גרויס, וועסט זײַן שטאַרק, וועסט זײַן קלוג.
נאָר אצינד שלאָף שוין אײַן. ס'איז גענונג.

רעפרען:
בלויז די שטילע נאַכט
וואַכט און וואַכט און וואַכט,
קיינער וועט ניט אין שטוב אַרײַן.
שלאָף, מײַן יינגעלע. שלאָף זשע אײַן.

2
שלאָפן פישעלעך טיף אין ים,
שלאָפט אַ ציגעלע און אַ לאַם.
שלאָפן קי, שלאָפן פערד איצט אין שטאַל,
און אַ שטערנדל טוט שטיל אַ פאַל.
שלאָפן ביימעלעך אינעם סאָד,
און דו שלאָפסט נאָך ניט. ס'איז אַ שאָד.
ס'איז שוין שפּעט. ביסט שוין מיד. שלאָף, מײַן קינד.
שלאָפן גייט שוין אַצינד אויך דער ווינט.
רעפרען:
3
שלאָפן בערעלעך ווײַט אין וואַלד.
שלאָף זשע דו, מײַן קינד, שלאָף שוין באַלד.
אונטער קוסטן אין פעלד שלאָפט אַ האָז,
בלויז אַ גריל טוט אַ גרילץ העט אין גראָז.
שלאָפן פייגעלעך אין אַ נעסט.
ווען זשע דו, מײַן קינד, שלאָפן וועסט?
שוין פאַרענדיקט כמעט איז דאָס ליד,
אָבער דו, יינגל מײַנס, שלאָפסט נאָך ניט.

0:00 0:00